די טעטיקייט פֿון דער געהיים פ־ּאָליציי קען אייַנגעטיילט ווערן אין פֿינעף תּחומען
קאָנטערשפּיאָנאַזש, אַנטקעגנצוּווירקן און אויפֿצודעקן שפּיאָנאַזש און אומלעגאַלע שפּיאָניר ט־עטיקייטן -
קאָנטערטעראָריזם, אַנטקעגנצוּווירקן און אויפֿצודעקן טעראָר קעגן שוועדן אָדער קעגן פֿרעמדע -
אינטערעסן אין דער מדינה, טעראָר ט־עטיקייט אין אַנדערע מדינות, ווי אויך די אַנטוויקלונג אין שוועדן
פֿון אָפּצווייַגן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע טעראָריסטישע נעצן
שוץ פֿון די גרונטגעזעצן, אַנטקעגנצוּווירקן און אויפֿצודעקן אומלעגאַלע טעטיקייטן, וואָס זייער ציל -
איז צו דערגרייכן אַ פּאָליטישע מאַכט אָדער נישט צו לאָזן די בירגער געניסן פֿון דער פֿרייַהייט און די
רעכט וואָס עס גאַראַנטירן זיי די גרונטגעזעצן, און דאָס דורך גוואַלד, סטראַשונקעס, צי אַנדערע
דרוקמיטלען
פֿאַרטיידיקונג און זיכערקייט, דאָס הייסט באַראַטונג און עקזאַמינירונג פֿון אינסטאַנצן וואָס ווערן -
אַרייַנגענומען אין דעם געזעץ פֿון פֿאַרטיידיקונג און זיכערקייט
זיכערקייט ש־וץ פֿון פּערזענלעכקייטן, אַ זיכערקייט ד־ינסט און אַ טעטיקייט פֿאַר דער צענטראַלער -
אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער מדינה ,פֿאַר דער קיניגלעכער משפּחה ,פֿאַר אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן און פֿאַר
רעגירונג ו־ויזיטן און ענלעכע געשעענישן
די געהיים פ־ּאָליציי אַרבעט אויך קעגן דער אויסשפּרייטונג פֿון וואָפֿן פֿאַר מאַסן פ־ֿאַרניכטונג. אַחוץ דעם
שטיצן מיר אונטער מיט אונדזער טעטיקייט אַנדערע פּאָליציי א־ינסטאַנצן. מיר פֿאַרמאָגן אַ דאַטן צ־ענטער פֿאַר
באָמבע א־ויפֿרייַסן און אַ לאַבאָראַטאָריע פֿאַר קאָליר פ־ֿאָטאָגראַפֿיעס. מיר שטעלן אויך צו טעכניקן פֿאַרן
סודותדיקן אונטערהער פֿון טעלעפֿאָן ג־עשפּרעכן און פֿאַרן טעלעפֿאָנישן שפּיאָנאַזש
די געהיים פ־ּאָליציי איז אַ רעגירונג א־ינסטאַנץ. מיר פֿאַרמאָגן אונדזער אייגענע אויסשול ס־יסטעם, אַן
אייגענעם אַלגעמיינעם אָנפֿירער און אַן אייגענעם בודזשעט פֿון דער רעגירונג. גלייַכצייַטיק געהערן מיר צו
דער צענטראַלער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאָליציי, אין וועלכער מיר שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ זעלבשטענדיקן
אָפּטייל
אַן ערך 1000 מענטשן אַרבעטן אין דער געהיים פ־ּאָליציי. ס'רובֿ מיטאַרבעטער געפֿינען זיך אין שטאָקהאָלם
פֿאַראַן אויך מיטאַרבעטער אין פֿינעף אַנדערע רעגיאָנאַלע איינסן, וואָס זייַנען צעשפּרייט איבער דער גאַנצער
מדינה. אין דער געהיים פ־ּאָליציי אַרבעטן, צווישן אַנדערע, יוריסטן, סיסטעם א־ַנאַליטיקער, עקאָנאָמיסטן,
טעכניקער און באַאַמטע. אַרום 55 פּראָצענט פֿון די מיטאַרבעטער האָבן זיך געלערנט די פּאָליציאַנט פ־ֿאַך
טעטיקייט אין צוויי אָפּטיילן
די טעטיקייט פֿון דער געהיים פ־ּאָליציי ווערט דורכגעפֿירט אין צוויי אָפּטיילן: אַן אָנפֿיר א־ָפּטייל וואָס שטיצט
זיך אויף אַן אויספֿיר ב־יוראָ, און אַן אָפּטייל פֿון באַזונדערע איינסן. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער טעטיקייט
ווערט צעטיילט צווישן דעם אַלגעמיינעם אָנפֿירער, זייַן פֿאַרטרעטער און פֿינעף אָנפֿירונגס ב־אַאַמטע. די
אָנפֿירערשאַפֿט שטיצט זיך אויף אַן אויספֿיר ב־יוראָ, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט נייַן סאָרטן טעטיקייטן. די
אָנגייענדיקע אַרבעט פֿון דער געהיים פ־ּאָליציי ווערט אָרגאַניזירט אין 17 פֿאַרשיידענע איינסן
די געהיים פ־ּאָליציי אין דער מדינה
די פֿאַרברעכנס, וואָס די געהיים פ־ּאָליציי דאַרף אָפּשטעלן, אַנטקעגנווירקן און אויפֿדעקן קענען פֿאָרקומען
אומעטום אין דער מדינה. דערפֿאַר זייַנען מיר טעטיק אין גאַנץ שוועדן. די טעטיקייט ווערט אַזוי אָרגאַניזירט,
אַז מיר פֿאַרמאָגן פֿינעף רעגיאָנאַלע איינסן אין דער גאַנצער מדינה. יעדער איינס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר
דער טעטיקייט פֿון דער געהיים פ־ּאָליציי אין אַ צאָל באַצירקן. אין די אָ באַצירקן זייַנען די איינסן דער עיקר
טעטיק אין שייַכות מיטן שאַפֿן פֿאַרבינדונגען און אין דעם תּחום פֿון אינפֿאָרמאַציע א־ַרבעט
די רעגיאָנאַלע איינסן זייַנען
Västernorrland, Jämtland, Västerbotten, :צפֿון, וואָס נעמט אַרייַן די באַצירקן
.Norrbotten
Uppsala, Stockholm, :אייבערשטער צענטער, וואָס נעמט אַרייַן די באַצירקן -
Gotland, Västmanland, Dalarna, Gävleborg
Jönköping, Södermanland, :אונטערשטער צענטער, וואָס נעמט אַרייַן די באַצירקן -
Östergötland, Värmland, Örebro
Halland, Västra Götaland :מערבֿ, וואָס נעמט אַרייַן די באַצירקן -
Kronoberg, Kalmar, Blekinge, Skåne :דרום, וואָס נעמט אַרייַן די באַצירקן -
010-568 70 00 :טעלעפֿאָן
010-568 70 פֿאַקס:10
Rikspolisstyrelsen, Box 12302, 102 28 Stockholm :פּאָסטאַדרעס
Polhemsgatan 30, Stockholm :אַדרעס פֿאַר וויזיטן
אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאַרבינדונג מ־עגלעכקייטן מיט די רעגיאָנאַלע איינסן
יעדער רעגיאָנאַלער איינס נעמט אַרייַן עטלעכע באַצירקן, אָבער יעדער איינס פֿאַרמאָגט אַ הויפּטביוראָ אין
איינער פֿון די גרויסע שטעט אין דער געגנט. איר קענט זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג דורך די אָ הויפּטביוראָען
צפֿון
Säkerhetspolisen, Box 31 43, 903 04 Umeå :פּאָסטאַדרעס
Ridvägen 10, Umeå:אַדרעס פֿאַר וויזיטן
010-568 94 00, (kl 9-12 och 13-15), 010-568 70 00 (טעלעפֿאָן ( 24 שעה אַ מעת ל־עת
010-568 94 פֿאַקס: 80
אייבערשטער צענטער
Rikspolisstyrelsen, Box 3102, 750 03 Uppsala :פּאָסטאַדרעס
Svartbäcksgatan 49, Uppsala :אַדרעס פֿאַר וויזיטן
010-568 93 00, (kl 9-12 och 13-15), 010-568 70 00 (טעלעפֿאָן ( 24 שעה אַ מעת ל־עת
018-16 89 פֿאַקס: 15
אונטערשטער צענער
Rikspolisstyrelsen, Box 1734, 701 17 Örebro :פּאָסטאַדרעס
Järnvägsgatan 4, Örebro :אַדרעס פֿאַר וויזיטן
010-568 90 00, (kl 9-12 och 13-15), 010-568 70 00 (טעלעפֿאָן ( 24 שעה אַ מעת ל־עת
019-15 60 פֿאַקס: 16
מערבֿ
Rikspolisstyrelsen, Box 81, 401 21 Göteborg :פּאָסטאַדרעס
Stampgatan 28, Göteborg :אַדרעס פֿאַר וויזיטן
010-568 85 00, (kl 9-12 och 13-15), 010-568 70 00 (טעלעפֿאָן ( 24 שעה אַ מעת ל־עת
010-568 85 פֿאַקס: 01
דרום
Rikspolisstyrelsen, Box 17596, 200 10 Malmö :פּאָסטאַדרעס
Storgatan 43, Malmö :אַדרעס פֿאַר וויזיטן
040-20 33 00, (kl 9-12 och 13-15), 010-568 70 00 (טעלעפֿאָן ( 24 שעה אַ מעת ל־עת
040-23 96 פֿאַקס: 29
גיט אָפּ אַ באַריכט דער געהיים פ־ּאָליציי
מען קען אָפּגעבן באַריכטן דער געהיים פ־ּאָליציי. אין פֿאַל ווען איר פֿאַרמאָגט אַן אינפֿאָרמאַציע פֿון וועלכער
איר האַלט אַז זי קען אונדז צו ניץ קומען אין אונדזער אַרבעט, בעטן מיר אייַך זיך צו שטעלן מיט אונדז אין
קאָנטאַקט. איר קענט דאָס טאָן טעלעפֿאָניש, דורך דער בליצפּאָסט, אָדער מיט דער הילף פֿון דעם פֿאָרמולאַר
וואָס געפֿינט זיך אין די שוועדישע און ענגלישע טיילן פֿון דעם וועבאָרט. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס קען
געטאָן ווערן אַנאָנים. מיר וועלן אייַך דאַנקען אויב איר וועט אונדז קענען איבערלאָזן פּרטים ווי אַזוי זיך צו
פֿאַרבינדן מיט אייַך, אין פֿאַל ווען מיר זאָלן דאַרפֿן שטעלן צוגאָב פ־ֿראַגעס. אייַערע פּרטים וועלן מיר האַלטן
בסוד. איר קענט זיך ווענדן צו אונדז אין וואָסער שפּראַך איר ווילט נאָר
מען קען אויך אָפּגעבן באַריכטן דורך
010-568 70 00 : דעם טעלעפֿאָן -